Följande information presenteras på jiddisch.

ברוכים-הבאָים צו קולטור-אַנאַליז!

– דער אינסטאַנץ פֿאַר קולטורפּאָליטישע אָפּשאַצן און אַנאַליזן.

קולטור-אַנאַליז איז אַ מלוכישער אינסטאַנץ וואָס איז דאָ צו אָפּשאַצן, אַנאַליזירן און דערקלערן די עפֿעקטן פֿון פֿאָרשלאָגן און מאָסמיטלען אין דעם שטח פֿון קולטור. דער אינסטאַנץ מוז אַרבעטן לויט די קולטורפּאָליטישע צילן. קולטור-אַנאַליז זאָל אויך העלפֿן די רעגירונג צו אַנטוויקלען דעם מלוכישן קולטורפּאָליטיק. איז די אַמביציע פֿון קולטור-אַנאַליז צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿאַר די אָנגעשטעלטע אינעם קולטור-שטח.

קולטור-אַנאַליז האָט 12 אָנגעשטעלטע וועלכע אַרבעטן מיט אַנאַליזן, אַדמיניסטראַציע און קאָמוניקאַציע. ס’רובֿ פֿון זײ זײַנען דאָקטאָרן אין אַרכעאָלאָגיע, עקאָנאָמיע, פּאָליטיק און סטאַטיסטיק. סװערקער הערד איז דער אָנפֿירער פֿונעם אינסטאַנץ.

דער אָנפֿירער טראָגט אַלײן דאָס אַחריות פֿון דער אַרבעט פון קולטור-אַנאַליז. האָט די רעגירונג אַן אַבסערװאַטאָר וואָס אָבסערווירט די אַרבעט און גיט דעם אָנפֿירער עצות.

אונדזער אַרבעט

די אַמביציע פ­ון קולטור-אַנאַליז איז אַן אמתדיקע אַנטוויקלונג פונעם קולטור-פּאָליטיק, און אויך צו שטיצן די רעגירונג צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿאַר די אָנגעשטעלטע אין דעם קולטור-שטח.

מיר אַרבעטן לויט דער אינסטרוקציע און דעם רעגלאַמענט פֿונעם אינסטאַנץ. אין די דאָזיקע דאָקומענטן שטײט די הויפּטצילן און ספּעציפֿיקע מיסיעס פֿונעם אינסטאַנץ. אין אונדזער אַנאַליז-פּלאַן שטײט ווי אַזוי מיר האָבן באַשלאָסן צו אַרבעטן אין אַלגעמײן.

דאָ איז די פּובליקאַציעס פֿון קולטור-אַנאַליז. ס’רובֿ האָט אַ קיצור אויף ענגליש.

אונדזער געביט

סטאַטיסטיק און קולטור-געוויינטשאַפֿטן

קולטור-אַנאַליז טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן רובֿ אָפֿיציעלער סטאַטיסטיק ווען עס קומט צו קולטור און פֿרײַצײַט. זאָל קולטור-אַנאַליז אַנטווינקלען אַ נאַציאָנאַלע סטאַטיסטיק-פּלאַן פֿאַרן קולטור-שטח. דער סטאַטיסטיק-פּלאַן שאַפֿט אַן אינפֿראַסטרוקטור וואָס איז וויכטיק כּדי צו פֿאָלגן די אַנטװיקלונג אין דעם קולטור-שטח, מאַכן אַנאַליזן און פֿאָרשונג מיגלעך פֿון אי קולטור-אַנאַליז אי אַנדערע אָרגאַניסאַציעס און שאַפֿן אַ גרונט פֿאַר דעבאַטע וועגן קולטור-פּאָליטיק און קולטורפּאָליטישע באַשלוסן.

וועלט-אַנאַליז און פֿאָרשונג

קולטור-אַנאַליז וויל פֿאָלגן, באַלײַכטן און אַנאַליזירן טענדענצן און אַנטוויקלונגען אין שוועדן און אַנדערע לענדער און אין נאָענטע פּאָליטישע שטחים. דערפֿאַר, זאָל קולטור-אַנאַליז כאַפּן און באַשרײַבן געשעענישן און אַלגעמײנע טענדענטצן וועלכע ווירקן אויפֿן קולטור-פּאָליטיק, אָבער מער פֿאַר אַלץ איז די וועלט-אַנאַליז וויכטיק כּדי צו פֿאַרשטײן און דערקלערן ווי אַזוי אַזעלכע זאַכן ווירקן אויפֿן קולטור-פּאָליטיק.

קולטור-אַנאַליז האָט אויך אַ פֿאָרשונג-שליחות. דאָס הײסט אַז מיר זאָלן פֿאָלגן די פֿאָרשונג אינעם קולטור-שטח אי אין שוועדן אי אין אויסלאַנד. די אַמביציע איז צו אָננעמען און קאָנטעקסטואַליזירן די קולטורפּאָליטישע פֿאָרשונג, און צו אינפֿאָרמירן וועגן דער לעצטער פֿאָרשונג כּדי צו פֿאַרשפּרײטן קענטשאַפֿט וואָס אַנטוויקלט דעם קולטור-פּאָליטיק.

אָפּשאַצונג פֿון רעפֿאָרמען און אַקציעס

קולטור-אָנאַליז פֿירט דורך אַנאַליזן און אָפּשאַצונגען וועלכע פֿאָקוסירן אויף מלוכישע רעפֿאָרמען און אַקציעס.  קולטור-אַנאַליז וויל באַלײַכטן ווי אַזוי די איצטיקע סיסטעמען פֿונקציאָנירן און די פֿאַרבינדונגען צווישן שוועדן און אינטערנאַציאָנאַלע איניציאַטיוון, למשל דער א”פֿ און די נאָרדישער צוזאַמענאַרבעט. מיר אַנאַליזירן אויך נײַע רעפֿאָרמען און אַקציעס, קוקנדיק אויף עפֿעקטן און קאָסטן. די אָפּשאַצונגען פּראָבירן צו ענטפֿערן פֿראַגעס וועגן דער דורכפֿירונג און די עפֿעקטן פֿון די רעפֿאָרמען.

אָפּשאַצן דעם מצבֿ

קולטור-אַנאַליז מאַכט כּסדר ברײטע צונויפֿשטעלונגען, אָפשאַצונגען, אַנאַליזן און קאָנטראָלן לויט די קולטורפּאָלישע צילן. די אָפּשאַצונגען זאָלן באַשטײַערן זיך מיט געפֿינען גרויסע דיווערגענצן לגבי די קולטורפּאָליטישע צילן אָדער אַ שלעכטע אַנטוויקלונג אָדער סיטואַציע פֿאַר ספּעציפֿישע גרופּעס אין דער געזעלשאַפֿט. דורך אָפּשאַצן דעם מצבֿ פּראָבירן מיר צו געפֿינען די קולטורפּאָליטישע סבֿיבֿות וועלכע די פּאָליטיקאַנטן דאַרפֿן פֿאַרענדערן.